About
חסידיש — כשמו כן הוא!
א רייכע קאלעקציע פון הערליכע שטימעס, וואס באשיינען אייער שמחה מיט ווארעמע חסידישע הארמאניעס און געבן ארויס א מוזיקאלישן קלאנג, געשאפן פון דעם רייכן אוצר פון חסידישער נגינה.
דער חסידיש כאר איז געגרינדעט געווארן דורך איר פירער, ר' יואל בלומענבערג, אין יאר תשפ"ד, מיט'ן ציל צו ברענגען דעם חסידישן כאר-ערפארונג צו א הויכן פראפעסיאנאלן סטאנדארט — פאראייניגט מיט ארטיסטישע וואקאלן און דעם אמת'ן חסידישן חן.
מיט א אויסוואל פון חסידישע אינגעלייט, באגאבט מיט געבענטשטע שטימעס און א באזונדערן געפיל פאר נגינה, ברענגט חסידיש אריין אין זאל א ווארעמקייט און ענערגיע וואס נעמט ארום דעם גאנצן עולם און מאכט אייער שמחה פאר אן איבערלעבעניש וואס בלייבט אין זכרון.
חסידיש איז מער ווי בלויז א כאר.
מיר געבן אייך אויך די מעגליכקייט איבערצוגעבן די גאנצע מוזיקאלישע פלאטפארמע אין אונזערע הענט — מרישא ועד גמירא. פון מוזיקאנטן און סאונד, ביז זינגער און אלע אנדערע מוזיקאלישע באדערפענישן, אייער שמחה — אונזער דאגה.
א נאכט מיט חסידיש — איז חסידיש
Watch
Live from real simchos.
Gallery
From the Stage
Chasunas, sheva brochos, and everything in between.
Explore
Everything Chassidish does.
About
Who sings, how long they have been at it, and why it sounds like this.
MusicLive recordings you can play, and the album.
GalleryPhotographs from real simchos.
VideosWatch the room come alive.
Shabbos Choirא שבת מיט חסידיש איז פשוט א צווייטער שבת
ServicesChasunas, bar mitzvos, sheva brochos, dinners and more.
MediaChassidish in print — the articles and the pictures.